Talk to Sales

Benchmarks

View scores and output across OCR models spanning many document categories.

Want to run these evals on your own documents?

Talk to Sales
Page 1
A busy indoor public space, likely a train station or airport, with many people walking.
A busy indoor public space, likely a train station or airport, with many people walking.

וויסט די אַכט צייכנס פון טעראָר

  1. באַאָבאַכטונג: מענטשן רעקאָרדירן, באַטראַכטן, טוען אומגעווענליכע פאָטאָגראַפֿירן אָדער מאַניטאָרן אַקטיוויטעטן, ספּעציעל נעבן וויכטיגע ערטער.
  2. פאַרדעכטיגטע אויספרעגונג: זוכן אינפֿאָרמאַציע איבער אַרבעטער-קראַפֿט און שטאַב, ספּעציפישע פאַסיליטי אינפֿאָרמאַציע, רעאַגירונג-פּראָטאָקאָלן און זיכערהייט, אָן קיין קענטיגע געברויך צו וויסן.
  3. זיכערהייט אונטערזוכונגען: זיכערהייט-ברעכונגען אָדער פרואוואונגען זיך אַריינצובאַקומען אַלס אַ פּראָבע, קען אריינרעכענען מערערע אָדער אומערקלערטע פאַלשע אַלאַרמס, אָדער מענטשן אין פאַרזיכערטע ערטער געבן זיך אָן אַלס פאַרלוירן.
  4. געלטער: פאַרדעכטיגטע טראַנזאַקציעס אין וועלכע עס זענען פאַרמישט גרויסע קעש-צאָלונגען, דעפּאַזיטס, געלטער אַרויסציאונגען אָדער טרענספערס; גרויסע קעש-שמוגלונג; פאַרדעכטיגע פינאַנציעלע שווינדלערייען; פאַרקויפונגען פון געפעלשטע פּראָדוקטן; אָדער פאַרפירערישע צדקה-אַקציעס.
  5. עררייכן צוגעהערן: איינקויפונגען, גניבות, פאַרלוסטן אָדער אַן אָנהויפונג פון סופּלייען וואָס פעלן זיך אויס פֿאַר אַן אַטאַקע, קען אַנטהאַלטן אויפרייס-מאַטריאַל, געווער, כעמישע אַפּאַראַטן, קאָמפּיוטערס, בלו-פרינטס, מאַפּעס, פאַלשע אידענטיפיקאַציע קאַרטלעך, זיכערהייט פלענער, טרענירונג מאַטעריאַלן, א.ד.ג.
  6. פאַרדעכטיגטע מענטשן אַרויס פון פּלאַץ: מענטשן וועלכע זעען נישט אויס ווי זיי באַלאַנגען דאָרט, צייגן אומגעווענליכע אויפפירונג אָדער האָבן ביי זיך אומאויטאָריזירטע אוניפאָרמען, אידענטיפֿיקאַציע פּאַפּירן, אָדער נאָכגעמאַכטע/גע'גנב'עטע/איבער-באַנוצטע אויטאָמאָבילן.
  7. טרוקענע אָדער פּראָבע מושטירונגען: מענטשן וועלכע איבן זיך פֿאַר אַ שפּעטערדיגער אַטאַקע, צו באַשטימען צייטן און אַנטלויף-וועגן.
  8. אַוועקשטעלן פאַרמעגנס: אַוועקשטעלן עקוויפּמענט און/אָדער שטאַב, אין פאָרברייטונג צו אַן אַטאַקע.

וויאַזױי איר קענט העלפן פאַרמיידן טעראָר

ווייסט וואָס די רוטין איז.

זייט באַוואוסטזיניג צו וואָס עס קומט פֿאָר אַרום אייך.

נעמט ערנסט וואָס איר הערט.

אויב איר זעט עפעס, זאָגט עפעס!

באַריכט סיי וועלכע פאַרדעכטיגטע אַקטיוויטעט צו די ניו יארק סטעיט טעראָריזם טיפּס האַטליין אויף 1-866-SAFE-NYS (1-866-723-3697). אַלע רופן זענען פריי-פון-אָפּצאָל און וועלן בלייבן אין שטרענגן געהיים. צו באַריכטן עמערדזשענסיס אָדער פאַרברעכנס וואָס קומען פאָר, רופט 911.

יעצט קענט איר זען עפעס, שיקט עפעס!

"זעט עפעס, שיקט עפעס" ערלויבט יעדן אָפּצוכאַפּן פאַרדעכטיגטע אַקטיוויטעטן דורך אַ בילד אָדער שריפטליכע מעלדונג, און שיקן די אינפאָרמאַציע צום ניו יאָרק סטעיט שפּיאָנאַזש צענטער. פון דאָרט וועט די טיפ ווערן איבערגעקוקט, און אויב שייך, געשיקט ווערן צו דער פּאַסיגער געזעץ-פאָרסירונג אַגענטור. די 'עפּפּ', וועלכע קען ווערן

Icon representing 'זעט עפעס' (See Something) and 'שיקטס עפעס' (Send Something) with an eye logo.
Icon representing 'זעט עפעס' (See Something) and 'שיקטס עפעס' (Send Something) with an eye logo.

געדאַנלאָודט אומזיסט פֿאַר 'אייפאן' און 'ענדרויד' טעלעפאָן באַנוצער, אַנטהאַלט אויך אינפאָרמאַציע איבער אויף וואָס צו האַלטן אַן אויג און ווען צו באַריכטן פאַרדעכטיגטע אַקטיוויטעטן. דאַנלאָודט דעם עפּפּ ביי NY.gov/SeeSendNY

טעראָריסטן גרופּעס און שטיצער זענען באַקאַנט אַלס...

  • אַוועקשטעלן פאַרבינדונגס פּערזאָנען אינערהאַלב די פאַראייניגטע שטאַטן, ספּעציעל דורך דער אינטערנעט און סאציאלע מידיע, כדי אויפצוטרייבן שטיצע פאַר זייער מיסיע; פאַרשפרייטן פּראָפּאַגאַנדע און פאַרגרעסערן זייער נעץ פון שטיצער.
  • אויפנעמען מענטשן צוצושטעלן געלטער אָדער פֿאָרן קיין אויסלאַנד צו שטיצן טעראָר אַקטיוויטעטן, אָדער פּלאַנירן אַטאַקעס דאָהי.
  • אַגיטירן פֿאַר געוואַלדטאַטן צו שטיצן עקסטרעמיסטישע אידעאַלן און אַנטי-רעגירונג אַקטיוויטעטן.
  • אַדאָפּטירן נייע לעבנס-סטילן, טוישן זייער אויסזען און זיך אָפּזונדערן פון נאָרמאַלע געזעלשאַפטליכע און פאַמיליע-גרופּעס, אין פאַרבינדונג מיט קרימינאַלע אַקטיוויטעטן אָדער עקסטרעמיסטישע אידעאָלאָגיע.
  • אַוועקשטעלן אַ פאַרשידנאַרטיגע מיטגלידערשאפט, ארייננעמענדיג פאַרשידענע קולטורן.
  • זיך אַריינלאָזן אין אָרגאַניזירטע פאַרברעכן כדי אויפצוטרייבן געלטער צו שטיצן אַקטיוויטעטן אין אויסלאַנד אָדער דאָהי.
  • פעלשן געלט צו באַקומען סופּלייען און הילפסמיטלען.
  • אומלעגאַל קויפן אָדער איינטוישן געווער.
  • זיך אַריינלאָזן אין אומלעגאַלע דראָג, אַלקאָהאָל און ציגאַרעטל פאַרקויפונגען.
  • שמוגלען און אַרומפירן דראָגס דורך אונזערע גרעניצן און דורך אונזער סטעיט דורך פאַרשידענע מיטלען, אַריינגערעכנט פּערזענליכע קאַרס, טראַקטאָר-טרעילאָרס, מאָטאָרביציקלעך, עראָפּלאַנען, שיפלעך, שניי-מאָבילן, און אַנדערע אויסגעטראָפענע מיטלען.

שילדערן פאַרדעכטיגטע אויפפירונג

וועמען האָט איר געזען?
וואָס האָט איר געזען? זייט ספּעציפיש.
וואו האָט איר דאָס געזען?
ווען האָט איר דאָס געזען?
פאַרוואָס איז עס פאַרדעכטיגט?

אויב איר אָבזערווירט פאַרדעכטיגטע אַקטיוויטעטן

נעמט נישט קיין דירעקטע שריט.

טוט נישט קאָנפראָנטירן דעם מענטש.

אַנטפּלעקט נישט אייערע פאַרדאַכטן.

רעקאָרדירט וויפיל איינצלהייטן עס איז מעגליך.

מעלדט דאָס פֿאַר די פּאַסיגע אויטאָריטעטן ווי שנעלער מעגליך.

Close-up of a hand holding a DSLR camera with a large zoom lens.
Close-up of a hand holding a DSLR camera with a large zoom lens.