Benchmarks
View scores and output across OCR models spanning many document categories.
Want to run these evals on your own documents?
Talk to Sales Page 1 of 1
Aaron and Sonia Fishman Foundation for Yiddish Culture
אהרון און סאָניע פֿישמאַן-פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער קולטור
אַנוײַזונגען פֿאַר סובווענץ-אַפּליקאַציעס ("קאָנטראָלירקע") - 2018
- אַלע אַפּליקאַציעס מוזן זײַן אָנגעשריבן אויף ייִדיש (אָן אויסנעם).
- דער הויפּטציל פֿונעם פּראָיעקט דאַרף זײַן צו פֿאַרשפּרייטן ייִדיש צווישן קינדער און יוגנט.
-
די אַפּליקאַציעס ווערן באַטראַכט אויף קאָנקורס-יסודות. די פֿאַרוואַלטונג באַציט זיך מיט אַ
באַזונדערן אינטערעס צו נײַע אַפּליקאַציעס און אַפּליקאַנטן. - מען מוז אָנגעבן אַ פּרטימדיקן בודזשעט פֿון די פֿאָרויסגעזעענע הוצאות פֿון פּראָיעקט.
- בדרך-כלל באַטרעפֿן פֿישמאַן-פֿונדאַציע סובווענצן ניט מער ווי $3,000.
-
מען מוז אָנווײַזן אין דער אַפּליקאַציע אױף אַלע אַנדערע פֿינאַנציעלע מקורים פֿאַרן פּראָיעקט
(געלטער פֿון אַנדערע אָרגאַניזאַציעס אָדער יחידים). -
די פֿונדאַציע טיילט אויס סובווענצן בלויז צו אָרגאַניזאַציעס וואָס זײַנען באַפֿרײַט פֿון שטײַערן
אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָדער צו יחידים װאָס פֿירן דורך זײער פּראָיעקט אונטערן
פּאַטראָנאַזש פֿון אַזאַ מין אָרגאַניזאַציע. ווי אַ טייל פֿון דער אַפּליקאַציע דאַרף מען צושטעלן אַ בריוו
פֿון אַ שטײַערן-באַפֿרײַטער אָרגאַניזאַציע אין די פֿ"ש וואָס באַשטעטיקט אַז זי איז מסכים צו
באַקומען געלטער פֿאַרן פּראָיעקט, און אַז זי וועט אױפֿפּאַסן אויף די הוצאות פֿון פֿישמאַן-
פֿונדאַציע סובווענץ-געלטער. -
אין דער אַפּליקאַציע מוז מען אויסרעכענען די נעמען פֿון די יחידים וואָס וועלן טראָגן דאָס
אַחריות פֿאַרן פּראָיעקט, מיט זייער קאָנטאַקטיר-אינפֿאָרמאַציע. -
מען מוז אָנגעבן דעם צײַט-אָפּשניט אין וועלכן מען וועט אַדורכפֿירן דעם פּראָיעקט, וואָס טאָר
זיך ניט ציען מער ווי נײַן חדשים. - דער טערמין פֿאַר אַפּליקאַציעס איז דעם 27טן אָקטאָבער 2017.
אַפּליקאַציעס וואָס וועלן ניט נאָכפֿאָלגן די אויבנדיקע אַנוײַזונגען וועט מען אָפּוואַרפֿן.
דורך אָננעמען אַ סובווענץ, נעמט דער אַפּליקאַנט אויף זיך דאָס אַחריות דורכצופֿירן זײַן פּראָיעקט.
אין פֿאַל ווען אַ סטיפּענדיאַנט פֿירט ניט דורך זײַנע התחייבותן, וועט די פֿונדאַציע אָננעמען אַזוינע
שריט וואָס זי האַלט פֿאַר נייטיק און פּאַסיק.