Benchmarks
View scores and output across OCR models spanning many document categories.
Want to run these evals on your own documents?
Talk to Sales
די גראַמאַטיק פֿון אַ בלאָטער
און דער פשט פֿון פּיפּערנאָטער
אין אַ ברייטער רעפֿערענדום:
וועגן 'הענדום', וועגן 'פענדום'
...'פכע'... און 'פש' און 'עט'...
דער, צי די, צי דאָס געמייזעכץ,
אַנבעטראַכט [אנבאַטראַכט] און שאַלאַמייזעכץ,
שטאנדפונקט, פינטלקוק; דער חילוק
פֿון די ווערטער 'װאָלװל', 'ביליג' [ביליק]
'דאַמאָלס' און 'העט-העט'.
װי צו שרײַבן העברעיזמען:
אָן איינהאָרע [עין הרע], צאָרע [צרה], פיזמען [פזמון],
קלעזמער [כלי זמר], באַלעבאָס [בעל הבית] און טאָנעס [תענית],
פּאָנים [פנים], סאָנים [שונאים], און ראַכמאָנעס [רחמנות],
כאַסענע [חתונה] און געט [גט].
אין אַן אָװנט אין אַ שיינעם
זאַמלט מען זיך אויף אין איינעם
און מען טראַכט מיט גרויס כוונה,
ווי מען זאָל דאָס װאָרט 'סכנה'
אויסלייגן ראַיעל.
טענהט סאָלאָװוייטשיק חנא:
דאַכט זיך אַז דאָס װאָרט סכנה
טוט פֿון לשון-קודש שטאַמען,
דאָך מיר אונדזערע פּראָגראַמען
פֿעלשן נישט אַ האָר : --
מיר, אַלס הייסע זשאַרגאניסטן
וועלן אויסלייגן אומיסטן,
אויף צולהכעיס די העברעער
און די אַלע ספּאָדיק-דרייער
מיט אַ 'סמך' נאָר.
3