Benchmarks
View scores and output across OCR models spanning many document categories.
Want to run these evals on your own documents?
Talk to Salesאור מיכאל מאור תורתו של הגה"ק ר' מיכאל אליעזר פארשלעגער זצוק"ל
פרשת שופטים
צו העלפן א איד, דא פארקערט דארף מען האבן א מורא'דיגער רחמנות און זיך האלטן קליין אזוי ווי דוד האט געזאגט ולבי חלל בקרבי.
מעשה אפטיילונג
יפה הדברים למי שאמרם. דער תורה איז שיין פאסיג פאר הגה"צ ר' מיכאל פארשלעגער זצוק"ל. ר' מיכאל, פאר אלע וואס האבן עם געקענט, איז געווען א געוואלדיקער נעים הליכות. ער איז אייביג געווען העפטליך פאר יעדעם וואס ער האט באגעגנט. ווען ס'איז אבער געקומען צו עבודת השם איז ער געווען ווי א לייב.
זיין טאכטער האט דערציילט אז ווען ער איז נאך געווען א אינגל האט ער געהאט א גרויסער חשק צו לערנען
פארטאגס. אבער וויבאלד ער איז געווען אזוי יונג האט זיין
טאטע אים נישט געלאזט. ר' מיכאל נישט וועלענדיג פארפאסן לערנען פלעגט ער זיך ארויס גנב'ענען. איין נאכט האט ער זיך ארויס געכאפט און געלאפן אין שול ווייל ער האט געמיינט אז מ'דאווענט שוין. ווען ער איז אנגעקומען אין שול האט ער געזען אז די שול איז פארשפארט. ער איז בטעות אויפגעשטאנען נאך פרי אין דער נאכט. ווען ער איז צוריק אהיים האט ער געזען אז דער טיר פון שטוב האט זיך צוגעשפארט ווען ער איז ארויס. צו אויפוועקען זיינע עלטערן האט ער נישט געוואלט צוליב זיין גרויס כיבוד אב ואם. איז ער געבליבן שלאפן אינדרויסן ביז מ'האט עם געטראפען שלאפן אינדער פרי.
פון די מעשה קען מען זען זיינע ביידע מדות. ער האט מיט גרויס שטארקייט געגאנגען לערנען אינמיטן נאכט. אבער אין די זעלבע צייט האט ער געהאט א גרויס מאס כבוד און האט נישט געוואלט קיינעם אויפוועקן. אזוי דארף מען זיך פירן. וואס מ'טוט פארן אייבישטער מוז מען טוהן מיט א שטאלצקייט און שטארקייט און וואס מ'טוט בין אדם לחבירו דארף מאן טוהן מיט א הכנעה און רחמנות.
מופתים אפטיילונג
אין די לעצטע פאר יאר איז דער ציון המצוינת פון הכהן הגדול ר' מיכאל פארשלעגער זצ"ל געווארן א תל תלפיות ווי מענטשן גיסן זיך אויס דאס הארץ און זען גרויסע ישועות.
לעצטענס איז אנגעקומען צום מערכת א מעשה פלא וואס שיינט א ליכט אויף פילע מעשיות וואס קומען כסדר אריין. די מעשה הייבט זיך אן מיט א יונג קינד וואס מ'האט לא עלינו אנטפלעקט יענע מעשה אויף זיין נירן, די מצב איז געווען אזוי שמאל אז די ארץ ישראל'דיגע דאקטוירים האבן נישט געוואלט אונטערנעמען די פאל און אים געשיקט קיין אמעריקא. אנקומענדיג קיין אמעריקא האבן זיי געגאנגען צו די גרעסטע דאקטורים וואס האבן
2