Benchmarks
View scores and output across OCR models spanning many document categories.
Want to run these evals on your own documents?
Talk to Salesמשיחות ש"פ בראשית, מבה"ח מר-חשון ה'תשנ"ב
כו', מערניט וואָס ער איז אַזוי בוחר
ווייל אַזוי וויל ער.
דערפאר איז בחירה אמיתית שייך
זאָגן נאָר בנוגע דעם גוף וואָס איז
נדמה בחומריותו לגופי אוה"ע": בשעת
עס רעדט זיך וועגן דער נשמה פון אַ
אידן – איז ניט שייך זאָגן ובנו בחרת",
וואָרום די אידישע נשמה, וועלכע איז אַ
"חלק אלוקה ממעל ממש"
31
, האָט קיין
פאַרגלייך ניט צו אומות העולם ל־
הבדיל, במילא פּאַסט אויף דעם ניט קיין
בחירה. עד"ז בכללות – ווען עס רעדט
זיך וועגן אידן ווי זיי שטייען העכער
פאַר כל עניני העולם ואוה"ע – איז
אויך ניט שייך זאָגן בחירה. דוקא אין
דעם גוף פון אַ אידן, וועלכער געפינט
זיך למטה בין העמים, און איז "נדמה"
לגופי אוה"ע – איז שייך דער ענין פון
"ובנו בחרת", "בך בחר ה' אלקיך להיות
לו לעם סגולה מכל העמים (דוקא)"
32
,
"אתה בחרתנו (דוקא) מכל העמים"
33
.
נאָכמער: דער דיוק לשון התניא איז
"גוף החומרי הנדמה בחומריותו לגופי
אוה"ע", און ניט "גוף הגשמי הנדמה
בגשמיותו" – וואָרום: אויך דער גוף
הגשמי פון אַ אידן איז אַנדערש (אויך)
בגשמיותו פון גופי אוה"ע (מצד דעם
זיכוך הגוף (דם ובשר) וואָס ווערט
אויפגעטאָן דורך כשרות האכילה ושתי'
(וואָס ווערט דם ובשר כבשרו
34
),
וכיו"ב), במילא איז אויף דעם ניט שייך
בחירה אמיתית, ווייל אין דעם טיילט
זיך אויס אַ איד פון אַ ניט־איד. דוקא
אין דעם, גוף החומרי הנדמה בחומריותו
לגופי אוה"ע" – וואָס חומריות איז די
דרגא הכי תחתונה [כפשטות הענין, אַז
חומר איז מיסוד העפר, דער יסוד ונברא
הכי תחתון, והכל דשין עלי'
35
], וואָס
דעריבער איז דאָס נדמה (בחומריותו)
לגופי אוה"ע" – אָט אויף דעם (דאַרף
מען אָנקומען און עס) איז געווען ובנו
בחרת מכל עם ולשון", די בחירה פון
דעם אויבערשטן שלמעלה מטעם ודעת
אין דער גוף החומרי" פון אידן.
[און דעריבער איז ניט שייך אַז די
כוכבים ומזלות פון אוה"ע זאָלן אויף
דעם פרעגן אַ שאלה: אוה"ע זיינען דאָך
אויך ברואים של הקב"ה (אַזוי ווי אידן)
און דאַרפן באַקומען זייער שפייז פון
דעם אויבערשטן גלייך ווי אַלע נבראים
(כולל אידן), ביז ווי די טענה פון לעו"ז
איז געווען אַז הללו עובדי ע"ז והללו
עובדי ע"ז"
36
– איז פֿאַרוואָס זיינען
אידן אויסגעטיילט? וואָרום ובנו בחרת
מכל עם ולשון", וואָס בחירה איז דוקא
אין אַן אָרט וואו ס'איז דאָ אַ דמיון
צווישן צוויי זאַכן, און ער איז בוחר אין
איינער פון זיי, בלי שום טעם].
דערפון איז מובן, אַז דאָס וואָס
ישראל זיינען, "ראשית" פון דער בריאה
איז ניט נאָר בנוגע צו דער נשמה
(וועלכע איז מובדלת מעולם) נאָר אויך
בנוגע צו דעם גוף. ואדרבה: אין דעם
גוף החומרי פון אַ אידן אין וועלכן ער
איז גלייך לאוה"ע (הנדמה בחומריותו
לגופי אוה"ע) איז דאָ אַן עילוי לגבי די
מעלה וואָס אידן פאַרמאָגן מצ"ע (מצד
זייער נשמה אָדער מצד תכונותיהם וגוף
הגשמי כו') – וואָרום דוקא אין דעם
ווערט נתגלה די בחירה פון דעם
(35) ראה ב"ר פמ"א, ט ובמ"כ שם. וראה תו"א
ויגש מג, סע"ד.
(36) ראה זח"ב קע, ריש ע"ב (מכילתא בשלח
יד, כח). ועוד.
(31) איוב לא, ב. תניא רפ"ב.
(32) ואתחנן ז, ו. ועד"ז בפ' ראה יג, ב.
(33) נוסח תפלת יו"ט.
(34) ל' התניא פ"ה (ט, סע"ב).
7