Benchmarks
View scores and output across OCR models spanning many document categories.
Want to run these evals on your own documents?
Talk to Salesשווארצע שאכטל טעאטער, צוועלף גאלעריעס, א סקולפטור טערעס, קאווע שטיבל, אונטערערדישע פארקינג, און א ריזיגע אונטער-בעיסמענט וואס האלט פארגעשריטענע לופט באהאנדלערס.
די ראדיקאלע פארברייטערונג פונעם קאמפוס נעמט אויך אריין באדייטנדע איבערבוי פון די מוזעאומ'ס עקזיסטירנדע געביידעס און לאנדשאפט. אן אינערליכע קאמיוניטי צוזאמענקום פלאץ, מערערע קלאסצימערן און איבער א האלבע עיקער פון פובליק גרינע פלאץ איז צוגעלייגט געווארן און איז אריינגעברענגט געווארן אינערהאלב פרעדעריק לאו אלמסטעד'ס דעלעוועיר פארק, פארשענערנדיג די אויסערגעווענליכע ערפארונג פון קונסט און נאטור. די נייע דזשאן דזש. אלברייט גלאזערנע וואנט בריק וועט פארבינדן די גאנדלאק געביידע מיט די ווילמערס געביידע. די געבוי פון די געבויגענע בריק ערמעגליכט דעם מוזעאום צו אריבערפירן קונסטווערק פון איין ענדע פונעם קאמפוס צו די אנדערע. די סעימאור ה. נאקס געביידע פארמאגט א הויף וואס איז באדעקט מיט א נייע סקולפטור וואס הייסט קאמאן סקיי, א נייע רעסטוראנט, ריטעיל פלאץ, קלאסצימערן, און א 350-זיץ סטאדיום. עס קאסט גארנישט אריינצוגיין צום נאקס געביידע. מער אינפארמאציע אויף טיקעט פאליסיס קען מען טרעפן אויף
.buffaloakg.org
די מוזעאום'ס זאמלונג פון קונסטווערק איז אויך געווארן פארברייטערט, כמעט דאפלט זייט עס האט זיך פארמאכט צוליב איבערבוי אין נאוועמבער פון 2019. איבער 500 קונסטווערק דורך 181 קונסטלער און זאמלונג ארטיקלען זענען איינגעהאנדלט געווארן. די קונסטלער וואס זענען ניי צוגעלייגט צום מוזעאום'ס זאמלונג זענען פון איבער 30 לענדער און נעמען אריין פירנדע פיגורן דורכאויס א ברייטע אויסוואל פון סארטן אריינרעכענענדיג פארבן, סקולפטור, פאטאגראפי, ווידעא, שוי-שפילן, אינסטאלעישאן, און דיגיטאלע טעכנאלאגיעס.יעדע פון זיי לייגט צו איינע פון די מערסט אנערקענטע זאמלונגען פון מאדערנע היינטיגע קונסט סיי וואו אין די וועלט.
די אויפבוי פון די באפעלע AKG ארט מוזעאום איז געשטיצט דורך די גרעסטע פובליק-פריוואטע קולטור קאמפיין אין די היסטאריע פון מערב ניו יארק. אין צוגאב צו מר. גאנדלאק'ס ברייטהארציגע ביישטייערונג, איז פראיעקט אויך געשטיצט דורך א געמיינזאמע פארפליכטונג פון $47 מיליאן אין פינאנצירונג פון ניו יארק סטעיט.
די פריערדיגע אלברייט-נאקס ארט גאלעריע איז געגרונדעט געווארן אין 1862, אלס דער באפעלא פיין ארטס אקאדעמיע, פארמאגנדיג א בארימטע זאמלונג פון מאדערנע און היינטיגע קונסט. די אלברייט-נאקס האט זיך שוין צוויי מאל פריער פארברייטערט, מיט די ערשטע אויפבוי פונעם מוזעאום אין 1905 און א נייע פליגל צוגעלייגט אין 1962. די באפעלא AKG קונסט מוזעאום, די דריטע פארברייטערונג, לייגט צו איבער 50,000 סקווער פוס פארן ארויסשטעלן ספּעציעלע עקסהיבישאנס און די ניי פארברייטערטע וועלט בארימטע קונסט זאמלונג.
עמפייער סטעיט דעוועלאפמענט פרעזידענט, CEO און קאָמישאנער האופ נייט האט געזאגט, "אלס איינע פון די עלטסטע פובליק קונסט אינסטיטוציעס אין די פאראייניגטע שטאטן, טוט די היסטארישע באפעלא AKG נישט נאר פארשענערן די סטעיט'ס קולטור צושטעלונגען, נאר טוט אויך שטיצן די לאקאלע און ראיאנישע עקאנאמיעס. ניו יארק סטעיט'ס אינוועסטירונג אין די טראנספארמירנדע פארברייטערונג וועט שטיצן מערב ניו יארק טוריזם, פארמערן איינוואוינער'ס קוואליטעט פון לעבן, און שטארקן באפעלא'ס בליענדע קונסט און קולטור סצענע."
עמפייער סטעיט דעוועלאפּמענט וויצע פרעזידענט און עקזעקיוו דירעקטאר פון טוריזם ראס ד. ליווי האט געזאגט, "די איבערגעמאכטע באפעלא AKG קונסט מוזעאום וועט באגריסן דאמעסטישע און אינטערנאציאנאלע באזוכער צו אנטפלעקן איינע פון די וועלט'ס מערסט איינדרוקספולע מאדערנע קונסט זאמלונגען, פארברייטערנדיג אויף א לעגעסי וואס עס האט שוין געבויט אין פארלויף פון איבער א יאר