Benchmarks
View scores and output across OCR models spanning many document categories.
Want to run these evals on your own documents?
Talk to SalesNYSERDA פרעזידענט און CEO דארין מ. העריס האט געזאגט, "מיר טוען אקטיוו אויספארשן אלע טעכנאלאגיעס און אפציעס צו נאכקומען די סטעיט'ס קלימאט צילן אונטער די CLCPA און קוקן ארויס צו אויסברייטערן אונזער וויסנשאַפט ספעציפיש פון היידראדזשען אפליקאציעס. שטיצן חידושים און שטודירן נייע טעכנאלאגיע איז וויכטיג צו בלייבן פארגעשריטן מיט לעזונגען וואס קומען ארויס וואס וועלן העלפן אונזער עקזיסטירנדע דיקארבאניזעישאן ארבעט און די קלימאט אקציע קאונסיל'ס ארבעט צו פארזיכערן אז ניו יארק האט א פארלעסליכע און קאסט-אפעקטיווע ענערגיע סיסטעם."
NYPA פרעזידענט און CEO גיל ס. קוויניענס האט געזאגט, "NYPA וועט זיין די לאנד'ס ערשטע שטאט קערפערשאפט צו דורכפירן א דעמאנסטראציע פראיעקט געצילט צו אפשאצן די טעכנישע מעגליכקייטן פון אפערירן אן עקזיסטירנדע קראפט פארבריצירונג פאסיליטי מיט א געמיש פון היידראדזשען און נאטורליכע גאז. היידראדזשען קען האבן די מעגליכקייט צו זיין איינע פון די געצייג וואס מיר נוצן צו העלפן ניו יארק סטעיט דערגרייכן איר אגרעסיווע קלימאט פירערשאפט צילן פאר א קארבאן-פרייע עלעקטרישע סיסטעם. די פראיעקט וועט אונז העלפן אפשאצן גרינע היידראדזשען'ס פראקטישקייט צו דע-קארבאנייזן עלעקטריציטעט פראדוקציע."
ניו יארק סטעיט אפטיילונג פון ענווייראמענט קאנזערוועישאן קאמישאנער בעיזיל סעגאס האט געזאגט, "היינט, טוט ניו יארק סטעיט מעלדן א לאנד-פירנדע פראיעקט צו שטודירן גרינע היידראדזשען און איר מעגליכקייט צו הייבן נידריגע-קארבאן טעכנאלאגיעס פאר ענערגיע פראדוקציע. אינדוסטריע עקספערטן אנטוויקלען נייסטע טעכנאלאגיע, וויסנשאַפט באזירטע לעזונגען צו פארמינערן גרין-הויז גאז ארויסרינונגען. DEC איז שטאלץ מיט אונזער ראלע אין פאראויסטראגן ניו יארק'ס אמביציעזע קלימאט אגענדע. מיר קוקן ארויס צו פארזעצן די מערקווירדיגע פארשריט וואס ניו יארק האט געמאכט אין קאמף קעגן קלימאט טויש דורך לאזן וויסנשאַפט פירן באשלוסן און פאליסי.
סענעטאר קעווין פארקער, ענערגיע און טעלעקאמיוניקאציע קאמיטע פארזיצער האט געזאגט, "פארשונג פון גרינע היידראדזשען אלס א מעגליכע טייל פון א פילזייטיגע צוגאנג צו דע-קארבאניזאציע איז א קלוגע צוגאנג. כדי ניו יארק זאל זיין ערפאלגרייך מיטן אריבעגאנג צו א ריינערע, אנהאלטבארע ענערגיע עקאנאמיע, מוזן מיר אויספארשן מעגליכע נייע ענערגיע קוועלער. די היינטיגע מעלדונג שטרייכט אונטער אז ניו יארק איז געטריי צו קוקן אויף נייע וועגן צו דערגרייכן די אמביציעזע צילן פארגעשטעלט דורך די קלימאט אקט, די איניציאטיוון צוזאמען רעפרעזענטירן די שעפערישקייט וואס מיר דארפן צו דערגרייכן אונזער אגרעסיווע קלימאט פירערשאפט צילן."
אסעמבלי מיטגליד מייקל קוסיק, אסעמבלי ענערגיע קאמיטעט פארזיצער, האט געזאגט, "די היינטיגע מעלדונג איז אן אומגעהויערע שריט אינעם פראצעס פון דע-קארבאניז' ניו יארק סטעיט. אין געיעג צו דערגרייכן אונזער אמביציעזע ריינע ענערגיע צילן, איז וויכטיג אז מיר זאלן דורך קוקן אלע מעגליכקייטן און לערנען די פאטענציאל פון אלע פארעמען פון אלטערנאטיווע ענערגיע. גרינע היידראדזשען איז א רעלאטיווע אומגענוצטע קוואל מיט די מעגליכקייט צו צושטעלן גענוג גרינע ענערגיע און צו באדייטענד רעדוצירן ארויסרינונג. אלס א שטאט נעמען מיר די פאראנטווארטליכקייט און פראקטישע צוגאנג דורך אנהויבן א פארמאלע שטודיע אויף די מעגליכקייטן און איינפירן א פילאט פראגראם וועלכע וועט ווערן אנאלאזירט צו פארזיכערן די מערסטע עפעקטיווע אינטעגראציע פון גרינע היידראדזשען אין אונזער ענערגיע נעץ."
NREL לאבאראטאריע דירעקטאר מארטין קעלער האט געזאגט, "NREL קוקט ארויס צו צוזאמארבעטן מיט NYSERDA אויף די וויכטיגע שטודיע אין שטיצע פון ניו יארק'ס דע-קארבאנאזעישן צילן. באנייבארע היידראדזשען האט די מעגליכקייט צו שפילן א וויכטיגע ראלע אין אונזער ענערגיע צוקונפט און די פארש ארבעט וועט צושטעלן א קריטישע פונדעמענט צו אינפארמירן און ערמעגליכן יענע צוקונפט."