Talk to Sales

Benchmarks

View scores and output across OCR models spanning many document categories.

Want to run these evals on your own documents?

Talk to Sales
Page 1

האַרבסטליד

ביילע שעכטער-גאָטעסמאַן

זע, ס'איז האַרבסט —
און וואָס געגרינט פֿאַרגעלט, פֿאַרוויאַנעט.
זע, ס'איז האַרבסט —
און וואָס געבליט פֿאַרגייט ...
און איך, וואָס כ'האָב געמיינט ס'איז שטענדיק פרילינג
און כ'האַלט אין האַנט
די גאַנצע אייביקייט.

אָהאָ, פֿאַלנדיקע בלעטער!
אָהאָ, פליענדיקע טעג!
אָהאָ, ווי וועל איך איצטער בלאָנדזשען,
ווען ס'ליגט געדיכטער נעפל אויף מײַן וועג..

קראַקען פֿייגל,
זאָגן טרויעריק: "זײַ געזונט דיר!"
קרעכצט אין פֿענצטער
און סע קלאָגט דער ווינט:
"א, ווי וואָלט איך איצט אַוועק פֿון דאַנען
צון אַ ברעג
ווו נאָך דער פרילינג גרינט ..."

אָהאָ, פֿאַלנדיקע ...

פליט דער רעגן —
אַ גאַלאָפּ אויף ווילדן פֿערדל.
רוימט מיר אײַן אַ סוד: ער האָט מיך האָלט.
"צו וואָס זשע דאַרפֿסטו וואַרטן אויפֿן פרילינג,
אַז ס'האָט דער אָסיען פולע קוישנס גאָלד."

אָהאָ, פֿאַלנדיקע ...