Benchmarks
View scores and output across OCR models spanning many document categories.
Want to run these evals on your own documents?
Talk to Sales"Leben Mit Der Tzeit" Parshat Va'eira
Page 1 of 1
ב"ה
לעבן מיט דער צייט
געדאנקען אויף דער פרשה פון דער וואך
פאר קינדער און יוגנט
לויט די שיחות
פון ליובאוויטשער רבין
פרשת וָאֵרָא
די ערשטע מכה איז געווען דם. די וואסערן פון נילוס זיינען געווארן בלוט. דער טבע פון וואסער איז קאלט. קאלטקייט איז א היפך פון קדושה. ווייל קדושה איז חיות, לעבעדיקייט און ווארעמקייט. די ערשטע זאך וואס מען דארף איינברעכן איז קאלטקייט. בשעת ס'איז דא א קאלטקייט צו קדושה ענינים, הויבן זיך אן אלע שלעכטע זאכן. דערפאר איז דאס געווען די ערשטע מכה וואס האט צובראכן גלות מצרים.
די צווייטע מכה איז געווען צפרדע. די ד'זשאבעס זיינען ארויס פון וואסער און אריין "בתנוריך" (אין די אויווענס). פונקט ווי עס דארף זיין ווארעמקייט צו קדושה, אזוי טאר ניט זיין א קאך אין עניני עולם הזה. פרעה'ס אויווענס מיינט די היץ וואס איז געווען צו תאוות און גשמיות. די צפרדעים זיינען ארויסגעקומען פון וואסער צו לעשן די היץ און קאך פון עניני עולם הזה.
דאס זיינען אויך די צוויי עבודות פון "סור מרע" און "עשה טוב" (ניט טאן שלעכטס און טאן גוטס). געוויינלעך איז דער סדר אז פריער דארף זיין "סור מרע" און דערנאך "עשה טוב". לויט דעם באוואוסטן משל, בשעת מען וויל מאכן א דירה פאר א מלך בשר ודם: איז די ערשטער זאך דארף מען ארויסנעמען אלע שמוציגע זאכן ("סור מרע"). ערשט דערנאך קען מען אריינשטעלן שיינע כלים ("עשה טוב") און מאכן עס א דירה ראוי-ה למלך. אויב מען איז ניט סור מרע, איז שווער אריינצובריינגען דעם טוב.
ס'איז אבער אמאל דא א פארקערטער סדר. אזוי ווי דער רבי מהר"ש זאגט: "די וועלט זאגט: אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך זאג לכתחילה אריבער".
מען בריינגט אריין ווארעמקייט אין קדושה און ממילא ווערט קאלטקייט צו עניני עולם הזה.
(לקו"ש ח"א ע' 121)
http://www.torah4blind.org/children/ot-19.htm
12/29/2010