Benchmarks
View scores and output across OCR models spanning many document categories.
Want to run these evals on your own documents?
Talk to Salesטערמינען און באדינגונגען פון באשעפטיגונג פאר ארבעטער מיט דיסאַביליטיס און איז קעגן דעם מענטשן רעכט געזעץ.
אפטיילונג פון מענטשן רעכט געהילף קאמיסיאנער פאר אינפארסירונג מעליסע פראנקא האט געזאגט, "זינט די 1970'ער - יארן בעפאר דעם 'אמעריקאנער מיט אומפעאיגקייטן אקט' - ניו יארק סטעיט האט פארבאטן דיסקרימינאציע קעגן טראגעדיגע ארבעטער אין דעם ארבעטספלאץ. די אפטיילונג וועט ארבעטן צו פארזיכערן אז יעדער אין אונזער סטעיט ווערט פולקאם צוגעטיילט די רעכטן און זעלבסט-עהרע וואס דער געזעץ פאדערט."
אין איר קלאגע, טוט די דיוויזיע באהויפטען אז א טראגעדיגע ארבעטער האט פארלאנג און איז באשטעטיגט געווארן צו באקומען א פארשטענדליכע צופאסונג צו פארמיידן דאס הייבן פעקלעך איבער 25 פונט. פונדעסטוועגן האט דער ארבעטספלאץ פארוואלטער זיך אפגעזאגט פון נאכפאלגן די צופאסונגען — צווינגענדיג דעם ארבעטער פארצוזעצן ווייטער דאס הייבן שווערע פעקלעך. טראץ אינערליכע באקלאגענישן איבער די חסרון פון צופאסונגען, האט 'עמעזאן' נישט גענומען קיין שום שריטן צו פארזיכערן אז די נויטיגע ענדערונג ווערט אויסגעפירט און די טראגעדיגער ארבעטער האט געליטן שאדן בשעת'ן הייבן שווערע פעקלעך. דערנאך האט דער ארבעטער זיך גענייטיגט אין ווייטערדיגע צופאסונגען אלס רעזולטאט פון געשעדיגט ווערן. 'עמעזאן' האט צוריקגעוויזן די פאדערונג און געצווינגען דעם טראגעדיגן ארבעטער אויף אומבאשטימטע אומבאצאלטע אורלויב.
די אפטיילונג באהויפטעט אז נאך אן 'עמעזאן' ארבעטער איז אומפאסיג צוריקגעוויזן געווארן ווען זיי האבן פארלאנגט א געענדערטע ארבעט סקעדזשול צוליב אן איבערצייגטע דיסאַביליטי. דער ארבעטער'ס צושטאנד האט נייטיג געמאכט א ספעציפישע שלאף סקעדזשול און דער ארבעטער האט אריינגעגעבן מעדיצינישע באווייז דאקומענטן מיט דעם פארלאנג. בעפאר דער פאדערונג האט דער ארבעטער זיך אויסגעטוישט שיכטן מיט א מיטארבעטער צוצופאסן די אומשטענדן אן קיין קעגנשטאנד פון פארוואלטונג. דער 'עמעזאן' צופאסונג קאנסולטאנט האבן רעקאמענדירט אז דער ארבעטער וועט געשאנקען ווערן דער געפאדערטער געענדערטער ארבעטער סקעדזשול. פונדעסטוועגן, דער ארבעטספלאץ פארוואלטער האט זיך אפגעזאגט פון אינפירן די צופאסונגען אן דאס אנבאטן בכלל קיין שום ערקלערונג. די צופאסונגען קאנסולטאנט האט זיך נישט קעגנגעשטעלט דעם מענעדזשער'ס אפזאגן זיך. פארקערט גאר – די צופאסונגען קאנסולטאנט האט צוריקגעדרייט זייער רעקאמענדאציע און אפגעזאגט דעם פאדערונג אנווייזנדיג אויף א חסרון פון א קוואליפיצירנדע צושטאנד — טראץ די מעדיצינישע באווייז דאקומענטן וועלכע זיי האבן געהאט ערהאלטן.
אין נאך א פאל פון דער אפטיילונג'ס קלאגע, טוט דער אגענטור באהויפטען אז אן ארבעטער וועלכע האט געפאדערט א רעדוקציע פון ארבעט שעה'ן צוליב דיסאַביליטי איז אפגעזאגט געווארן א צופאסונג, טראץ צום ערשט באוויליגן א צופאסונג קאנסולטאנט. דער 'עמעזאן' ארבעטספלאץ פארוואלטער האט זיך אפגעזאגט פון ענדערן דעם ארבעטער'ס סקעדזשול אפילו עטליכע וואכן פון קארעספאנדענץ מיט די צופאסונגען קאנסולטאנט. צום סוף האט 'עמעזאן' באשטימט אז דער פאדערונג איז נישט געשטיצט געווארן דורך גענוג מעדיצינישע באווייז דאקומענטן. ווי איידער פארצוזעצן די געשפרעך מיט די ארבעטער זיך צו שאפן פאסיגע מעדיצינישע באווייז דאקומענטן לויט ווי ניו יארק סטעיט געזעץ פאדערט, האט 'עמעזאן' אפגעזאגט דער פאדערונג און פארשלאסן דעם ענין.
די קלאגע פון דער אפטיילונג זוכט אן אנטשיידונג וואס פאדערט פון 'עמעזאן' אפצושטעלן איר דיסקרימינירנדע אויפפירעכטס, אננעמען נישט-דיסקרימינירנדע פּאָליסיס און פירונגען בנוגע דאס איבערקוקן פאדערונגען פאר פארשטענדליכע צופאסונגען, טרענירן אירע ארבעטער אויף די פראוויזיעס פון דעם מענטשן רעכט געזעץ, און צאלן ציווילע אפצאל און שטראף געלט צום סטעיט ניו יארק.