Talk to Sales

Benchmarks

View scores and output across OCR models spanning many document categories.

Want to run these evals on your own documents?

Talk to Sales
Page 1

די פינאנצירונג ווערט צוגעשטעלט דורך ניו יארק סטעיט היימער און קאמיוניטי רינועל'ס (Homes and Low Income ( נידעריגע-איינקונפט האוזינג טעקס קרעדיט פראגראם )Community Renewal, HCR Housing Tax Credit Program) און דורך הלוואות פון באנדס וועלכע זענען פטור פון טעקס. זיבן פראיעקטן זענען געשאנקען געווארן 684 מיליאן דאלאר אין סאָבסידיס און אין האוזינג באנדס וועלכע זענען פטור פון טעקס דורכאויס די אגענטור'ס פארטיילונגען אין מערץ פון 2023. צוואנציג דעוועלאָפּמענטס זענען געשאנקען געווארן איבער 191 מיליאן דאלאר דורך HCR'ס איינלאדענונג פאר פארשלאגן פאר אפארטמענט געביידע פינאנץ (Multifamily Finance RFP), א פראצעדור וואס שענקט פעדעראלע און סטעיט נידעריגע-איינקונפט האוזינג טעקס קרעדיטס און סאָבסידי פינאנצירונג פאר די בעסטע פארשלאגן פון אפאָרדעבעל און שטיצנדע אפארטמענט געביידע דעוועלאָפּמענטס.

אלע פראיעקטן קומען נאך די נייע ענווייראמענטאלע סטאנדארטן וועלכע זענען אוועקגעשטעלט געווארן דורך די HCR אין 2022, סטאנדארטן וועלכע שטופן פאר א געזונטערע סביבה און מער ווירקזאמע געביידעס און וועלכע שטיצן די ציהלן אוועקגעשטעלט דורך די ניו יארק סטעיט קלימאט פירערשאפט און קאמיוניטי באשיצונג געזעץ (Climate Leadership and Community Protection Act).

מער פון האלב פון די פראיעקטן וועלכע האבן באקומען גרענטס וועלן אויסנוצן א סך הכל פון 9 מיליאן דאלאר פון די ניו יארק סטעיט ענערגיע פארשונג און אנטוויקלונג אויטאריטעט'ס (Energy Research and Development Authority) ריינע ענערגיע אינציאטיוו צו עררייכן זאגאר העכערע שטאפלען פון ענווייראמענט-פריינטליכקייט און קארבאן רעדוקציע.

אין צוגאב, אפפערן די דעוועלאָפּמענטס אומזיסטע אינטערנעט סערוויסעס פאר איינוואוינער, ארויפבויענדיג אויף די גאווערנער'ס ConnectAll אינציאטיוו וואס האט געמאכט היסטארישע אינוועסטירונגען צו ברענגען שנעלע אינטערנעט צו קאמיוניטיס וועלכע האבן נישט געהאט גענוג סערוויס, עלימינירנדיג די דיגיטאלע אומגלייכקייטן פאר ניו יארקער מיט נידעריגערע איינקונפט.

ניו יארק סטעיט היימער און קאמיוניטי רינועל קאמישאנער, רוט-ען וויסנאָסקעס, האט געזאגט, "די 875 מיליאן דאלאר אין פינאנצירונג וואס מיר האבן היינט אנאנסירט וועלן ברענגען מער פון 3,100 ענווייראמענט-פריינטליכע אפארטמענטס פון א הויכע קוואליטעט פאר צוגענגליכע פרייזן צו יעדע ראיאן פון ניו יארק, בשעת'ן פארברייטערן צוטריט צו אינטערנעט סערוויס און אנדערע וויכטיגע שטיצע סערוויסעס. נאכפאלגנדיג די פרינציפן פון אונזער 25 ביליאן דאלארדיגע האוזינג פלאן, וועלן די 27 פראיעקטן פארגרעסערן ניו יארק'ס סופּליי פון הייזער און אויפבויען לעבהאפטיגע, פארשידנארטיגע און עקאנאמישע סטאבילע קאמיוניטיס וואו מענטשן פון אלע איינקונפט שטאפלען קענען זיך ערלויבן צו וואוינען. איך וויל גראטולירן און באדאנקען אונזערע טאלאנטפולע דעוועלאָפּמענט שותפים פאר זייער שווערע ארבעט אויף די לעבנס-טוישנדע דעוועלאָפּמענטס."

די פולע שילדערונג פון די גרענטס זענען פארעפנטליכט דא.

קאפיטאל ראיאן

  • Mosaic Apartments אין די סיטי אָוו סקענעקטעדי, 27 מיליאן דאלארדיגע קאנסטרוקציע פון צוויי געביידעס דורך DePaul Properties, Inc.
  • Broadway Veterans Housing35 אין די ווילעדזש אָוו מענאנדס איז א 25 מיליאן דאלארדיגע 67-אפארטמענטס קאנסטרוקציע פראיעקט דורך Beacon Community Services, LLC.

צענטראלע ניו יארק