Talk to Sales

Benchmarks

View scores and output across OCR models spanning many document categories.

Want to run these evals on your own documents?

Talk to Sales
Page 1

דאס גייט נישט אוועק נאר מיט הארעוואניע. אפילו עס קומט אן א צייט וואס
ער דארף זיך בייזערן, האלט ער זיך צוריק, ער ענטפערט נישט, און ער
האלט עם ביי זיך, ער דארף לערנען ספרי מוסר דערויף.

ויגבה לבו בדרכי ה'

גאות, ויגבה לבו בדרכי ה' איז גוט, ער וויל זיין די בעסטע בחור אין
ישיבה, יא, אויף דעם זאל ער שטרעבן, ער זאל ארבעטן דערויף,
אבער גאות וואס עס איז דא, עס פאסט אים נישט צו טון דאס, און עס פאסט אים
נישט צו טון א צווייטע זאך וכדומה. און עס וואקסט מיט אים מיט. היינט האט ער
נארישע גאות, ער וועט ווערן עלטער וועט ער האבן בעסערע קוואלעטי גאות פון
העכערע זאכן. אבער עס גייט נישט אוועק פון זיך אליין, און מען דארף
ארבעטן און הארעווען דערויף אז עס זאל אוועקגיין די שלעכטע
מידות.

אונאת דברים

זיך היטן די דיבור, זאגן פאר א חבר א ווארט וואס טוט אים וויי, איז א
לאו אין די תורה, לא תונו איש את עמיתו. מען רעד נישט פון מכנה זיין שם
לחבירו, זאגן פאר יענעם א כינוי, נאר סתם זאגן אמאל א ווארט וואס האט יענעם
וויי געטון, איז מען עובר א לאו אין די תורה. אכט געבן דאס מויל זאל זיין ריין פון
לשון הרע, רכילות, שקר, ניבול פה, און די אלע זאכן. מען דארף הארעווען דערויף,
עס קומט נישט פון זיך אליין, און דאס איז טייטש א עובד ה', ער נעמט אויף זיך
דינען דעם אייבערשטען, איך גיי זיך אויסארבעטן מיינע מידות, זיך צופירן ווי דער
אייבערשטער וויל אז א יוד זאל אויסקוקען.

ללמוד בכל יום ספרי מוסר וחסידות

און דאס קומט נאר פון לערנען ספרי מוסר, מען דארף יעדן טאג האבן א
שיעור אין א מוסר ספר, איך וואלט מציע געווען פאר א מוסר

כא