Benchmarks
View scores and output across OCR models spanning many document categories.
Want to run these evals on your own documents?
Talk to Salesטייל B פראצעדוראלע זיכערהייטן מעלדונג
7 ניו יארק סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט
פאר אייער קינד פון פובליק געלטער און סיי אריינגעבן א דיו פראצעס אנקלאגע צו פארלאנגען א דיו פראצעס הירינג צו פארטיידיגן די שולע דיסטריקט'ס אפשאצונג פון אייער קינד.
איר זענט בארעכטיגט צו בלויז איין IEE פאר אייער קינד פון פובליק געלטער יעדע מאל אייער שולע דיסטריקט פירט דורך אן אפשאצונג פון אייער קינד מיט וועלכע איר זענט נישט איינשטימיג.
עלטערן-פארלאנגטע אפשאצונגען
אויב איר באקומט אן IEE פאר אייער קינד פון פובליק געלטער אדער איר וועלט אויס מיטצוטיילן מיט די שולע דיסטריקט אן אפשאצונג פון אייער קינד וואס איר האט באקומען פון פריוואטע געלטער:
1. אייער שולע דיסטריקט מוז נעמען אין באטראכט די רעזולטאטן פונעם אפשאצונג פון אייער קינד, אויב עס קומט נאך די שולע דיסטריקט'ס באדינגונגען פאר IEE, אין סיי וועלכע באשלוס געמאכט אנבאלאנגט דעם צושטעלן פון FAPE צו אייער קינד; און
2. איר אדער אייער שולע דיסטריקט קען פארשטעלן די אפשאצונג אלץ באווייז ביי א דיו פראצעס הירינג אנבאלאנגט אייער קינד.
פארלאנגען פאר אפשאצונגען דורך יושר'דיגע הירינג באאמטע
אויב א יושר'דיגע הירינג באאמטער פאדערט אן IEE פון אייער קינד אלץ טייל פון א דיו פראצעס הירינג, דארף די קאסטן פון די אפשאצונג זיין פון פובליק געלטער.
שולע דיסטריקט באדינגונגען
אויב אן IEE איז פון פובליק געלטער, מוזן די באדינגונגען אונטער וועלכע די אפשאצונג ווערט אפגענומען, אריינגערעכנט דער פלאץ פון דעם אפשאצונג און די קוואליפיקאציעס פון דעם אפשאצער, זיין די זעלבע ווי די באדינגונגען וועלכע די שולע דיסטריקט נוצט ווען עס פירט אדורך אן אפשאצונג (אזוי ווייט אז די באדינגונגען שטימען מיט אייער רעכט צו אן IEE).
אויסער די באדינגונגען געשילדערט אויבן, מעג א שולע דיסטריקט נישט צוגעבן באדינגונגען אדער צייט באגרעניצונגען אנבאלאנגט דאס באקומען אן IEE פון פובליק געלטער.
מאי 2024