Talk to Sales

Benchmarks

View scores and output across OCR models spanning many document categories.

Want to run these evals on your own documents?

Talk to Sales
Page 1
A young child sitting at a table, holding a pen and looking directly at the camera in a classroom setting.
A young child sitting at a table, holding a pen and looking directly at the camera in a classroom setting.

באַפֿרײַט צו ווערן פֿון אַזעלכע לימוד־עלעמענטן איז פֿאַרקלענערט געוואָרן דורכן נײַעם שולגעזעץ. דער דירעקטאָר האָט דאָס רעכט צוצושטימען צו אַזאַ בקשה נאָר אין פֿאַל ווען זי קומט מיט דעם וואָס ווערט באַצייכנט ווי "באַזונדערע סיבות", און אַזאַ באַפֿרײַונג קען גילטן נאָר אויף איינצלנע געלעגנהייטן דורכן לערניאָר, נישט טאָרנדיק דערבײַ שטערן דעם תּלמיד אין זײַנע פֿליכטן לגבי די לימודים. פֿון דעסטוועגן האָט איר דאָס רעכט צו אַפּעלירן קעגן דעם דירעקטאָרס באַשלוס בײַם אַדמיניסטראַטיוון געריכט.

די ממונים (די לאָקאַלע אינסטאַנץ אָדער די אַדמיניסטראַציע פֿון אַ פֿרײַער שול) זענען פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דער שול אױף אַ לאָקאַלן אופֿן. אין פֿאַל ווען עס זאָלן אױפֿקומען פּראָבלעמען וואָס נישט איר, נישט דער פּערסאָנאַל און נישט די אַדמיניסטראַציע פֿון דער שול באַװײַזט נישט צו לייזן אַליין, קענט איר זיך ווענדן צום פֿאַראַנטוואָרטלעכן. בײַם ממונה מוז זײַן אַ סטאַנדאַרדנער געשריבענער מוסטער וואָס װײַזט װי אַזױ אױפֿצונעמען און באַהאַנדלען אָנקלאָגן קעגן דער דערציִונג־סיסטעם. איר קענט בעטן קריגן אַן אָפּדרוק דערפֿון אין אײַער קינדס שול.

דאָס נײַע שולגעזעץ אַנטהאַלט עטלעכע נײַע אָנווײַזונגען בנוגע די מיטלען וואָס די שול מעג אָננעמען אין פֿאַל ווען אַ תּלמיד שטערט צום גוטן סדר, פֿירט זיך נישט ווי עס באַדאַרף צו זײַן, אָדער באַגייט נאָך ערגערע שטערונגען. אַחוץ דעם וואָס דער תּלמיד קען אַרויסגעשיקט ווערן ביזן סוף פֿון דער לעקציע, קען דער דירעקטאָר, אין געוויסע פֿאַלן, געבן דעם תּלמיד אַ וואָרענונג בכתבֿ. אַזאַ וואָרענונג מוז דערקלערן בפֿירוש וואָס עס קען געשען אין פֿאַל ווען דער תּלמיד זאָל נישט ענדערן זײַן אױפֿפֿירונג. עס איז מעגלעך, למשל, אַריבערצופֿירן דעם תּלמיד אין אַן אַנדער שול.

דאָס נײַע שולגעזעץ גיט אױך דעם דירעקטאָר די מעגלעכקייט אױסצושליסן פֿון די לימודים אַ תּלמיד אין אַ גרונטשול, אַ שול פֿאַר ספּעציעלער דערציונג, צי אַ שול פֿאַר די סאמי, אױב דאָס איז נײַטיק כדי צו פֿאַרזיכערן רו און נאָרמאַלע לערן־באַדינגונגען פֿאַר די איבעריקע תּלמידים, אין פֿאַל ווען קיין אַנדערע

3