Talk to Sales

Benchmarks

View scores and output across OCR models spanning many document categories.

Want to run these evals on your own documents?

Talk to Sales
Page 1

4. צו קען דאס וואקסינירט ווערן האבן א ווירקונג אויף מיין קינד'ס וסת אדער אויף זייערע אויסזיכטן צו קענען האבן א קינד אין די צוקונפט?

די וסת קען זיך טוישן צוליב פילע סיבות, ווי סטרעס און ענדערונגען אין שלאף, עסן געוואוינהייטן און לעבן'ס שטייגער. א לעצטיגע שטודיע האט געפונען אז טייל מענטשן זעהען קורצע ענדערונגען אין די וסת נאכפאלגנדיג וואקסינאציע (פאר איין אדער צוויי חודשים). קורצע ענדערונגען אין די וסת פאראורזאכן נישט קיינע פראבלעמען מיטן האבן קינדער.

שמועות אז קאוויד-19 וואקסינען האבן סיי וועלכע קשר מיט פראבלעמען מיטן האבן קינדער האבן נישט קיינע וויסנשאפטליכע באווייזן זיי צו שטיצן. שטודיעס ווייזן אז מענטשן וועלכע האבן באקומען קאוויד-19 וואקסינען האבן געקענט האבן קינדער אויף דעם זעלבן ראטע ווי מענטשן וועלכע זענען נישט וואקסינירט געווארן. די צענטער פאר קראנקייט קאנטראל און פארמיידונג און אנדערע עקספערטן זאגן אז עס איז זיכער פאר מענטשן וועלכע וועלן מעגליך ווילן האבן א קינד אין די צוקונפט צו וואקסינירט ווערן.

5. מיין פאמיליע האט נישט קיין דאקטער. וועמען זאל איך רופן אויב איך האב פראגעס?

פאר מער אינפארמאציע וועגן די וואקסינען, באזוכט cdc.gov/covidvaccine און nyc.gov/covidvaccine . איר קענט רופן 311 אדער 212-268-4319 פאר הילף צו טרעפן א NYC Health + Hospitals דאקטאר. קעיר ווערט צוגעשטעלט נישט קוקנדיג אויף אימיגראציע סטאטוס אדער מעגליכקייט צו באצאלן.

6. צו דארפן קינדער האבן ערלויבעניש צו וואקסינירט ווערן? דארפן זיי האבן אן ID אדער אנדערע דאקומענטן?

יא. איינער פון די עלטערן אדער א גאַרדיען מוז גיבן צושטימונג פערזענליך, דורכן טעלעפאן אדער אין שריפט. פרעגט אן ביי די וואקסינאציע פלאץ איבער זייערע פאדערונגען. קינדער פון 15 יאר און יונגער מוזן האבן אן עלטערן אדער גאַרדיען אדער אן אנדערער ערוואקסענער אויסדערוועהלט דורך די עלטערן אדער גאַרדיען זיי צו באגלייטן.

ברענגט באווייז פון עלטער, אזוי ווי אן ID אדער געבורטס סערטיפיקאט אויב איר האט איינס. אויב נישט, קענט איר עדות זאגן איבער אייער קינד'ס עלטער.

7. מיין קינד האט א געזונטהייט פראבלעם. זאלן זיי נאכאלץ וואקסינירט ווערן?

יא. עס איז אין פאקט גאר וויכטיג פאר קינדער מיט אסטמא, צוקער קראנקייט (דייעביטיס), איבערוואגיגקייט און אנדערע געזונטהייט פראבלעמען צו וואקסינירט ווערן וויבאלד די געזונטהייט פראבלעמען קענען העכערן זייערע אויסזיכטן צו זייער קראנק ווערן פון קאוויד-19. די איינציגסטע סיבה פארוואס איינער זאל מעגליך נישט קענען וואקסינירט ווערן איז אויב זיי זענען אלערגיש צו א באשטאנדטייל פון דעם וואקסין.

8. צו קענען קינדער באקומען קאוויד-19 פון דעם וואקסין.

ניין. דער קאוויד-19 וואקסין אנטהאלט נישט דעם ווירוס וואס ברענגט קאוויד-19.

9. מיין קינד האט געהאט קאוויד-19. זאלן זיי נאכאלץ וואקסינירט ווערן?

יא. וואקסינאציע איז אויפגעוויזן צו גיבן באזונדערע שוץ, רעדוצירן די אויסזיכטן פון באקומען קאוויד-19 נאכאמאל און פון זייער קראנק ווערן אויב איר באקומט עס יא.

10. צו קען מיין קינד באקומען דעם קאוויד-19 וואקסין אין דעם זעלבן צייט ווי אנדערע וואקסינען?

יא. קינדער קענען באקומען א קאוויד-19 וואקסין אין דעם זעלבן צייט ווי אנדערע וואקסינען אדער אין יעדער צייט בעפאר דעם אדער דערנאך.

די NYC העלט דעפארטמענט וועט מעגליך ענדערן אירע רעקאמענדאציעס אזוי ווי דער צושטאנד אנטוויקלט זיך. Yiddish 4.12.22

2