Talk to Sales

Benchmarks

View scores and output across OCR models spanning many document categories.

Want to run these evals on your own documents?

Talk to Sales
Page 1
  • פינאנציעלע סטרעס: די פארלוסט פון פרנסה פון איינע אדער מער מיטגלידער פון דעם הויזגעזינד קען מאכן שווערער פאר העלט קעיר ארבעטער צו נעמען קרענקארלויב פאר זיך, בדי זיי זאלן קענען מפרנס זיין זייער אייגענעם הויזגעזינד.

וועגן זיך צו ספראווען מיט סטרעס

עמאציענעלע רעאקציעס צו דריקענדע סיטואציעס, אזוי ווי ס'קומט ארויס פון דעם דאזיקן העלט קריזיס, זענען נאארמאל. עס איז וויכטיג צו געדענקען זיך צו אפגעבן מיט זיך אז איר זאלט ווייטער קענען זיך אפגעבן מיט אנדערע. בשעת עס זענען דא פילע זאכן וואס זענען נישט אין אייער קאנטראל, פאקוסירט אויף די זאכן וואס זענען יא אין אייער קאנטראל צו העלפן זיך ספראווען מיט סטרעס און אנגעצויגנקייט און אייך צו העלפן צוריקבאקומען אייער מוט.

  • פילט אייערע געפילן. אנערקענט ווען איר שפירט טרויעריג, אויפגערעגט, פרוסטרירט, אדער אויסגעמוטשעט. עס איז נאטורליך פאר די געפילן אייך צו איבערשטרענגען פון מאל צו מאל. זעט איין וואס איר פילט אויף די מינוט און זייט וויסן אז עס איז אקיי.
  • קוקט זיך נאך אייער פיזישע און גייסטישע געזונט. מערקט אויף טוישונגען וואס קענען צייגן אויף פיזישע קרענק אדער פארמערטע אנגעצויגנקייט אדער דעפרעסיע. פרייע סערוויסעס ווערן געאפפערט אנליין אדער דורך אפליקאציעס (עפפס) וואס העלפן מיט זיך מתבודד זיין און גייסטישע געזונטהייט סופארט. NYC Well אפפערט א רייע פון געזונטהייט און גייסטישע סופארט עפפס וואס קענען אייך העלפן זיך ספראווען. באזוכט די "App Library" (אפ ביבליאטעק) אויף nyc.gov/nycwell פאר אנליין געצייג וואס וועט אייך העלפן אויפהאלטן אייער געזונט און גייסטישע געזונטהייט. רעדט מיט אייער ארבעטסגעבער וועגן סופארט סערוויסעס וואס זענען מעגליך דא צו באקומען פאר שטאב.
  • רוט זיך אפ ווען מעגליך. אפילו נאר פאר א מינוט-צוויי, לאזט אייך זיך אפשטעלן און זיך אריענטירן וואו איר זענט, וויאזוי איר שפירט און וואס איר דארפט טון יעצט. אטעמען און אנדערע דורכגעטראכטע איבונגען קענען אייך העלפן בארואיגן אנגעצויגנקייט און צוריקברענגען אייער פאקוס ווען איר שפירט איבערגעשטרענגט. 1
  • שאקלט זיך אפ פון די נייעס. מאכט צייט פאר אקטיוויטעטן וואס איז הנאה'דיג און קען אייך אויפוויקלען וואס איז נישט פארבינדן מיט ארבעט אדער COVID-19-פארבינדענע נייעס.
  • מאכט זיכער צו עסן און שלאפן געהעריג. אין אנגעצויגענע סיטואציעס, פארגעסן מיר אפט פון אונזערע וויכטיגסטע געברויכן. מאכט זיך צייט פאר גענוג אפרו, געזונטע שפייז, און פיזישע אקטיוויטעטן.

בלייבט פארבינדן

ס'איז וויכטיג צו בלייבן פארבינדן מיט באליבטע און אונזערע סופארט נעטווארקס.

  • פארבינדט זיך מיט פאמיליע, פריינט און באליבטע. נוצט אימעיל, טעקסט, ווידיאו טשעט, טעלעפאן אדער סאשעל מידיע. א קורצע באגריסונג קען אייך דערמאנען אז מענטשן זענען דאנקבאר פאר אייער שווערע ארבעט און איבערגעגעבנקייט.
  • פארבינדט זיך מיט מיטארבעטער בשעת איר ארבעט. רעדט מיט אייער אויפזעער און מיטארבעטער, און אנערקענט די סטרעס וואס איר אלע שפירט, און סופארט איינער דעם צווייטן.

1 אטעמען: נעמט שטאטע, טיפע אטעמס. אטעמט אריין פון אייער נאז און אטעמט ארויס פון אייער מויל. נעמט אינאכט אז אייער בויך שפרייט זיך אויס ווען איר אטעמט אריין, און שפירט ווי עס ציט זיך איין ווען איר אטעמט ארויס. טוט דאס נאכאמאל.
דורכגעטראכטקייט: די פראקטיצירונג פון וויסן וואו מען איז. אריענטירט זיך אין די יעצטיגע צייט מיט'ן ברענגען אייער אויפמערקזאמקייט צו אייער ארומיגע געזעלשאפט. צום ביישפיל, נעמט די צייט צו באמערקן פינף זאכן וואס איר זעט, פיר זאכן וואס איר פילט, דריי זאכן וואס איר הערט, צוויי זאכן וואס איר שמעקט און איין זאך וואס איר פילט א טעם.

2