Benchmarks
View scores and output across OCR models spanning many document categories.
Want to run these evals on your own documents?
Talk to Salesגאווערנער קעטי האקול
אויף תיכף ארויסצוגעבן: 12/13/2022
דערקלערונג פון גאווערנער קעטי האקול אויף די רעספעקט פאר הייראט אקט
"היינט, טוט אונזער לאנד נעמען א באדייטנדע טריט פאראויס אין די קאמף פאר גלייכקייט ווען די רעספעקט פאר הייראט אקט ווערט אונטערגעשריבן אלץ א געזעץ. א דאנק די פירערשאפט פון פרעזידענט ביידען, א לענגיעריגע קעמפער פאר די LGBTQ+ געמיינדע, וועט די נייע בייפארטיזאן געזעץ ענדליך אוועקנעמען די אלטע, דיסקרימינירטע געזעץ באוואוסט אלץ DOMA און פארזיכערן אז די פעדעראלע רעגירונג באהאנדלט אלע הייראטן גלייך.
ניו יארק איז שטאלץ צו זיין די היים פון די סטאונוואל אין (Stonewall Inn) און די געבורטספלאץ פון די מאדערענע באוועגונג פאר LGBTQ+ רעכטן. אונזער פאלק האט דערגרייכט די היסטארישע מאמענט אין קיין קליינע חלק וועגן די באמיאונגען פון ניו יארקער: טראנס אקטיוויסטן ווי מארשא פ. זשאנסאן און סילוויע ריווערע, געי און לעסביאן פירער ווי לערי קרעמער און עדי ווינדסאר, און פריינט וואס זענען יעצט אין אפיס אריינגערעכנט סענאט מאריטעט פירער טשאק שומער, RFMA ספאנסאר פארשטייער זשערי נאדלער און די בייפארטיזאן מיטגלידער פון די ניו יארק דעלעגאציע וואס האבן געשטיצט די געזעץ.
מאכט נישט קיין גרייז: אלץ אייער גאווערנער, וועל איך נישט אויפהערן קעמפן פאר די LGBTQ+ געמיינדע. מיר וועלן באשיצן די פארשריט וואס מיר האבן געמאכט אין די קאמף פאר גלייכקייט און בויען אויף זיי אין די יארן וואס קומען. נישט קיין חילוק ווער איר זענט אדער וועמען איר האט ליב, זענט איר בארעכטיגט צו ווערן באהאנדלט מיט עהרע און רעספעקט אין די עמפייער סטעיט."
###
נאך נייעס קען מען באקומען ביי
www.governor.ny.gov
518.474.8418 |
press.office@exec.ny.gov
| ניו יארק סטעיט | עקזעקיוטיוו טשעימבער