Talk to Sales

Benchmarks

View scores and output across OCR models spanning many document categories.

Want to run these evals on your own documents?

Talk to Sales
Page 1

אַגּוֹרָפָאבִּיע
(Agoraphobia)

/ שרעק פון זיך געפונען
אין גרויסע פלעצער.

דער מענטש וואס ליידט פון
'אַגּוֹרָפָאבִּיע', שרעקט זיך צו זיין
אוועק פון זיין שטוב אליין, אויס זארג
אז עפעס שרעקעדיג וועט פאסירן מיט
איהם ווען ער איז אינדרויסן, ער האט
מורא אז ער וועט באקומען א פאניק
אטאקע און עס וועט נישט זיין ווער עס
זאל איהם העלפן.

דער מענטש שרעקט זיך צו פארן
אויף א בריק, זיך צו געפונען צווישען
א גרויסע מאסע מענטשן, צו שטיין אין
רייע צו באצאלן אין געשעפט, אדער צו
פארן מיט א אויטאבוס, באן, א.א.וו.
אַגּוֹרָפָאבִּיע קען זיין בלויז א זארג
און שרעק, און עס קען אויך קומען
באגלייט מיט פאניק אטאקעס.