Talk to Sales

Benchmarks

View scores and output across OCR models spanning many document categories.

Want to run these evals on your own documents?

Talk to Sales
Page 1

איר זענט מיט אים ווייניק באַקאַנט

(פונעם ציקל "דער מענטש און דער וואַלד")

מיט אייך איז דער ווייטער װאַלד ווייניק באַקאַנט.

נאָר אַמאָל נאָך זומערדיק זינגענדן זון-אונטערגאַנג
טרעפט, איר געפינט אים ווען איר ליגט ביי דער וואַנט
מידע פון ברויט-זוך, די ענגשאַפט און פון געשטאַנק.

אין פאָדער-הויז שטויב נעבן קעץ און צעשיידיקטע טרעפ
וואַרפט איר אַ קישן, דרימלט איין און איר זעט אים.
ער נייגט זיר צו אייך, מיט בוימערשע קעפּ,
ער שמייכלט מיט װאַרעמען ווינט און איר גלעט אים.

ער איז אַזוי גרויס און איר זענט אַזוי קליין.
נאָר אַ בוים װאַקסט הויך, הימל און ערד פאַרפלעכט ער צוזאַם.
זיין זשיוויצע גיסט פעט זיך דורך אייער הויט און ביין,
אייער איידעלע ליבשאפט מאַכט שלאַנקער זיין שטאַם.

איר גלעט אַזױי באַהאַרצט אים, אַז עס כאַפֿן זיך אויף
אַלע פויגל און פאַלן אויף זיין האַלדז מיט געזאַנג.
ביי די טרעפּ שפּרינגט די קאַץ אויף אייער בוזעם אַרויף;
איר עפנט דאָס אויג און דערשפּירט ענגשאַפט, היץ און געשטאַנק.

איצט זענט איר צעשיידט. און איבער דעם איינזאַמען װאַלד
שטייט די לבנה אַ בלאַסע ווי דאָס געזיכט פון אַ מאַמען
װאָס זוכט די אָרעמע קינדער און איז פון זוכן שוין אַלט.
דערפון נעמט זיך דער ווייטיק װאָס מאַכט שוידערן די שטאַמען.

פאָלקסצייטונג ז. 29.7.1938